Published: 1 March 2023
Huvudinnehåll start
שטימען ביי א שטים סטאנציע אינעם וואל טאג
אייער שטים קארטל ווייזט אייך אייער שטים סטאנציע געגנט, די נאמען, אדרעס און שעות פון עפענעונ פון אייער וואל פלאץ. איר קענט נאר שטימען אין שטים סטאנציע אויף אייער שטים קארטל.
אויב איר קענט נישט שטימען ביי אייער שטים סטאנציע, שטימט ביי א פריע וואל פלאץ וואס איז אפען אינעם וואל טאג.
איר מוזט זיך אידענטיפיצירן
איר מוזט אויפווייזן איייער אידענטיטעט צו שטימען. אויב די וואל קלערק קען אייך נישט, מוזט איר ווייזן א דאקומענט אזויווי אן ID קארטל, דרייווער'ס לייסענס אדער פאספארט. אויב איר האט נישט איינס, קען א צווייטע ווייזן אן ID דאקומענט און גאראנטירן פאר אייך.
וויאזוי צו שטימען אין א ריקסדאג, מוניציפאל אדער ראיאן וואלן
- וועלט אויס א שטים צעטל
- נעמט א שטים צעטל קאנווער
- גייט אונטער א שטימע-פארשטעלן פארהאנג און שטעלט אויס אייער שטימע. לייגט אן
- X פאר די נאמען פאר וואס איר שטימט.
אויב איר קענט נישט טרעפן אייער פארטיי'ס שטים צעטל, נעמט א ליידיגע שטים צעטל און שרייבט
אייער פארטיי'ס נאמען אויף דעם. איר קענט אויך שטימען פאר אייער פערזענליכע אויסוואל דורך
שרייבן די נעמן פון אייער פארטיי און דעם קאנדידאט פאר וועמען איר ווילט שטימען. אויב איר האט
א פארטיי שטים צעטל, קענט איר שרייבן די קאנדידאט'ס נאמען אויף דעם.
דערנאך שטלעט אייער שטים צעטל אין די ריכטיגע שטימע קאנווערט און פארמאכט דעם קאנווערט. - געבט אייער שטים צעטל קאנווערטן און אייער ID דאקומענט צום וואל קלערק.
- די וואל קלערט וועט באקוקן אייער אידענטיטעט, צייכענען די וויילער ליסטע צו ווייזן אז
איר האט געשטימט, און שטעלן די שטים צעטל קאנווערט אין די שטים צעטל קעסטל.
וויאזוי צו שטימען אינעם וואל טאג אין אן אייראפעאישע פאליעמענט וואלן
- וועלט אויס א שטים צעטל
- נעמט א שטים צעטל קאנווערט
- גייט אונטער א שטימע-פארשטעלן פארהאנג און שטעלט אויס אייערשטימע. לייגט אן
- X פאר די נאמען פאר וואס איר שטימט.
אויב איר קענט נישט טרעפן אייער פארטיי'ס שטים צעטל, נעמט א ליידיגע שטים צעטל און שרייבט
אייער פארטיי'ס נאמען אויף דעם. איר קענט אויך שטימען פאר אייער פערזענליכע אויסוואל דורך
שרייבן די נעמן פון אייער פארטיי און דעם קאנדידאט פאר וועמען איר ווילט שטימען. אויב איר האט
א פארטיי שטים צעטל, קענט איר שרייבן די קאנדידאט'ס נאמען אויף דעם.
דערנאך שטלעט אייער שטים צעטל אינעם קאנווערט און פארמאכט דעם קאנווערט. - געבט אייער שטים צעטל קאנווערטן און אייער ID דאקומענט צום וואל קלערק.
- די וואל קלערט וועט באקוקן אייער אידענטיטעט, צייכענען די וויילער ליסטע צו ווייזן אז
איר האט געשטימט, און שטעלן די שטים צעטל קאנווערט אין די שטים צעטל קעסטל.